נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס הייסט אז זיי סיידן מיטן ניינטן קרייז געריכט הידועה?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען קען נישט וויסן ווילאנג זיי אורטיילן

דאס איז אבער ווי אזוי די היינטיגע סעסיע האט אויסגעקוקט פאר די וועלכע דרינגען עפעס ארויס דערפון
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפילו אויב זיי ווארפן אפ עפלס פארלאנג מיינט עס נישט אז עפל האט ענדגילטיג פארלוירן די ברייטערע קעיס
די איצטיגע קעיס איז בלויז איבער סטענדינג אין וועלכע עפל האט געזוכט צו פארמיידן פון זיך אריינלאזן מיט די קלעגער אין די ברייטערע אנדערע אנטי טראסט קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער אין די סי ווארפט ארויס אנקלאגע וועלכע האט באשולדיגט טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל האט אומ'יושר'דיג בענעפיטירט פון טראמפס זיין א סעלעבריטי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך וואס די סופרים קאורט האט אפגעווארפן די פעטיציע פונעם יוסטיץ דעפארטמענט אויפצונעמען די צענזוס קעיס נאך בעפאר די נידריגע געריכט אורטיילט דערויף האט זיך די יוסטיץ דעפארטמענט נעכטן נאכט ווידער געוואנדן צום סופרים קאורט איבערצוטראכטן פון פריש זייער ביטע און נאכאמאל אריינקוקן אין די מעגליכקייט שוין אויפצונעמען די קעיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גוט מארגן פון געריכט!
איין שאכטל דאקומענטן אריינגעברענגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אורטיילן קען קומען אום 10 אזייגער

נעמט אין באטראכט אז אין 6 פון די קעיסעס דערווייל באהאנדלט דורכן געריכט וועלכע זענען שוין גרייט פאר אורטיילן האט קעווענאו נאכנישט אנטייל גענומען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די שינוי הבריות און צוויי נארישקייט פעטיציעס האבן געדארפט ווערן באהאנדלט דורך די ריכטער בי א פריוואטע קאנפרענץ דעם קומענדיגן פרייטאג אויב און וועלכע די פעטיציעס ווערן אקצעפטירט
די געריכט האט איצט באשלאסן אפצושיבן די דאטום ווען זיי וועלן אריינקוקן דערין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אפעלאט געריכט באשטעטיגט מערסטנס שולדיג אורטיילן אבער ווארפט ארויס טייל אין די קעיס אקעגן צוויי געוועזענע געהילפן צו געוועזענע ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי פארן פארמאכן א בריק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט דינסטאג האט די סופרים קאורט איינשטימיג דערלאנגט א פראסק פאר די פרעש קאמיוניטי
אן אריינגיין צו טיף אין די טעכנישע דעטאלן פונעם געזעץ האנדלט זיך עס פון א 1973 אקט וועלכע דעזיגנירט אין פילע פעלער אקערלאנד וועלכע האט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די פעדעראלע רעגירונג אפילו אויב די באדנס געהערן פאר פריוואטע אייגנטומער אלץ מקום מקלט פאר בעלי חיים וועמענס פאפולאציע איז אין געפאר
אין אונזער פאל האדעווען זיך אין מיסיסיפי א געוויסע סארט זעלטענע פראש אין א זומפיגע טייך אינערהאלב א נאציאנלע וואלד שטח
די פראבלעם איז א די ארטיגע אומשטענדן איז זייער שעדליך פאר די פראש אוןן אין 2015 למספרם האט די ציילונג דארטן אידענטיפירט בלויז 135 פרעש
די פיש און וויילדלייף סערוויסעס האט געפונען א ריזן שטח וועלכע איז אנגעבליך אין די פארגאנגנהייט געווען א וואוינונג פאר די סארט פרעש און איז געאייגנט אריבערצוברענגן אהין די פרעש וועלכע ווען זיך געפונען אין א מער צוגעפאסטע אטמאספערע אין ענווייראמענט וועלכע זאל הייבן זייער וואוקס
די אייגנטומער זענען געלאפן אין געריכט אנצייגנדיג אז די לאנד פארמאגט נישט גענוג פון די בענעפיטן וועלכע זאלן עס קוואליפיצירן אלץ דעזיגנירט פאר די בעלי חיים אונטער די ספעציעלע געזעץ
די אייגנטומער וועלכע זענען פון די גרעסטע באזיצער פון וועלדער איבער די וועלט האטאריינגעטראגן די קלאגע אין א ליוזיאנא דיסטריקט געריכט ווועלכע האט אין 2013 למספרם געאורטיילט אז אקעגן זייער ארגומענט
אין 2016 למספרם האט די 5'טע סירקוט קאורט אף אפיעלס אין א 2-1 באשטעטיגט די אורטייל פון די נידריגע געריכט
פארלאפענע אקטאבער האט די סופרים קאורט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס און היינט צוריקגעשיקט די קעיס צו די 5'טע סירקוט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טייסאן טימבס אן אינדיאנא מאן האט פארלוירן זיין פאטער אין 2012 למספרם אבער גלייכצייטיגגעמאכט א ברוך הטוב והמטיב ערהאלטנדיג א סומע קעש פון א לייף אינשורענס פאליסי מיט וועלכע זיין פאטער האט אים אינזין געהאט צו באזארגן
טימבס האט זיך איינגעהאנדלט א לענד ראווער פאר 42 טויזנט דאלער און היידא..ויהי בנסוע
די פראבלעם איז געווען אז טימבס האט געהאט א פארגאנגענהייט פון צוגעבינדנקייט צו דראגס וועלכע האט זיך איצט אלץ רעזולטאט פון זיין פאטערס טויט פריש ערוועקט
טימבס איז פונדאסניי ארויף אויף די סחורה און גלייכצייטיג אויך אנגעהויבן פארקויפן די געווירצן מיטן ציהל צו פינאנצירן מיט די איינקופט די קאסטן פון די ווארע פאר זיין אייגענע געברויך
ביז.. יענעם שווארצן טאג אין נאוועמבער 2013 למספרם ווען ער האט אריינגעביסן אינעם נישט ריכטיגן עפל פארקויפנדיג דראגס אין די ווערט פוןן 225 דאלער פאר אן אונטערגעשטעלטער אגענט וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט זיין ארעסט און טימבס האט זיך קורצליך דערויף דערקלערט שולדיג אין געריכט
די אורטייל האט נישט געשפעטיגט צו קומען און טימבס האט באקומען איין יאר הויז ארעסט, 5 יאר פראבעישאן און 1200 דאלער אין פינאנציעלע שטראפן
די אפעטיט פון די סטעיט איז אבער נישט געווארן איינגעשטילט און זיי האבן געלייגט אן אויג אויף זיין לענד ראווער וועלכע איז סיי ווי געשטאנען אומבאנוצט דורכאויס די יאר פון זיין הויז ארעסט
די סטעיט האט קאנפיסקירט דעם אויטא אונטער די געזעץ וועלכע ערלויבט אוועקצונעמען סיי וועלכע חפץ עס איז גענוצט געווארן אינעם פארברעכן און די אויטא איז גענוצט געווארן ארומצופארן פארקויפן די פארבאטענע מאטריאל
ויהי ככלות השנה, טימבס עפנט מיט פרייד די פארדזשאווערטע טויערן פון זיין היים ווען אירע ראסטיגע אנגלען פארציילן הויך פאר אלע שכנים אז זיי זענען שוין נישט גערירט געווארן פון פלאץ פאר א קיילעכיגן יאר
טימבס שטעלט זיינע טריט צו די גאס און אטעמט אריין די פרישע לופט ווען זיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ספאט צווישן צוויי פארקירטע אויטאס
יא די זעלבע פלאץ ווי ער האט איבערגעלאזט זיין פארמעגן מיט א יאר צוריק אבער והילד איננו, די לענד ראווער איז נישטא
עס האט נישט לאנג גענומען מברר צו זיין מה טיבה און טימבס האט באשלאסן אז איידער ער נעמט אונטער מיטלען להציל עשוק מעושקו דארף ער קודם זיך באזארגן מיט ארבעט זיך צו קענען שפייזן
עס איז נישט געווען גרינג צו געפונען ארבעט זייענדיג מוכתר ביחוס עצמו און ארבעטסגעבער שטייען ווייט פון פארשוינען וועלכע ווערן געטראפן שולדיג
עווענטועל האט ער געטראפן אן אנבאט פון איינעם וועלכער איז איינגעגאנגען אים אויפצונעמען טראץ זיי קרימינאלע רעקארד
איין באדינג איז געשטעלט געווארן, באזירט אויף די סארט ארבעט אין וועלכע יענער האט זיך גענויטיגט האט זיך געפאדערט אן אויטאמאביל.. וכאן הבן שואל ווי באקומט מען צוריק די לענד ראווער?
מען האט אריינגעברענגט אין בילד די אינסטיטוט פאר יוסטיץ וועלכע האט זיך געוואנדן צום געריכט און פרעזענטירט טימבס אין אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט מיטן ארגומענט אז פארכאפן די קאר האט פארלעצט די אכטע אמענדמענט וועלכע באשוצט שולדיגע פון איבערגעטריבענע שטראפן
דער ריכטער האט געפונען די ארגומענט פאר ריכטיג נעמענדיג אין באטראכט אז די ווערט פונעם אויטא איז עטליכע מאל מער וויפיל די מאקסימום ערלויבטע געלט שטראף איז ערלויב אין אזא פאל
די סטעיט איז געלאפן צום אפעלאט געריכט אבער באגעגנט א פרישע נידערלאגע ווען די סטעיט אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט די אורטייל פונעם נידריגן געריכט
די סטעיט האט דאך די וועלטס געלט און צייט האבן זיי באשלאסן זיך צו ווענדן צום סטעיט סופרים קאורט און דאס מאל האבן זיי באוויזן צו איבערצייגן די געריכט אנצונעמען די סטעיטס שטעלונג און די געריכט האט צוריקגעדרייט די פריערדיגע אורטייל
די ארגומענט פון די סטעיט וועלכע די ריכטער האבן אנגענומען איז געווען אז די אכטע אמענדמענט איז בינדנד אויסשליסליך צו די פעדעראלע יוסטיץ סיטעם אבער טוט אויף קיין פאל נישט אריינרעדן ווי אזוי סטעיט און לאקאלע רעגירונגען זאלן באשטראפן שולדיגע
טימבס האט זיך אצינד געוואנדן צום סופרים קאורט וועלכע האט אקצעפטירט די פעטיציע און האט באשטימט די מונדליכע ארגומענטן אויף מארגן מיטוואך
די פראגע וועלכע שטייט פארן געריכט איז ווי פאלגענד:
די ביל אף רייטס איז געשריבן געווארן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט פאר סטעיט רעגירונגען אבער נאך די ציווילע קריג האט קאנגרעס מאדיפיצירט די 14'טע אמענדמענט מיט א סעיף וועלכע איז שפעטער געווארן אויסגעטייטשט דורכן סופרים קאורט אז זי פארלאנגט די סטעיטס אדער סיי וועלכע קערפערשאפט צו רעספעקטירן און זיך פירן אין איינקלאנג מיטן צושטעלן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פאר סיי וועם
אין פאקט אבער האט די געריכט קיינמאל נישט געאורטיילט אויף ספעציפישע טיילן פון די קאנסטיטוציע אויב זי איז מחייב די סטעיטס אויסער אין א פאל מיט די צווייטע אמענדמענט
די חלל אין קלארקייט האט געהאנגן ווי א וואלקן אין די לעגאלע וועלט נישט וויסנדג אויב די אפיציעלע געריכט דאקטרינע טייטשט אפ אלע חלקים אין די קאנסטיטוציע בינדנד פאר סטעיט רעגירונגען
אין 2017 למספרם האט שוין איינער גראדע צוגעשיקט א פעטיציע וועלכע בעהט די געריכט אריינצוקוקן אויב די אכטע אמענדמענט איז מחייב די סטעיטס אבער צוליב טעכנישע פעלערן אין יענעמס קעיס האט עס די געריכט דאן געמוזט צוריקווייזן אבער ריכטער טאמאס וועלכע האט געשריבן די ארדער נישט צו אקצעפטירן יענע קעיס האט קלאר ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן ערנסטע גרונדן פארן געריכט עווענטועל אריינצוקוקן און באשליסן אויף די פראגע
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך האף אז טימבס געווינט דער קעיס און עס ווערט דער לאו אוו דע לענד. עס איז א עוולה און א רשעות צו קאנפיסקירען איינעם'ס פארמעגען מיטען אויסרייד אז ער האט עס געניצט "אין דער קאמישען אוו עי קריים". גיב אים דער פאנישמענט דעט-פיטס-דע-קריים. דאס איז זיכער קרול-ענד-אניושיעל-פאנישמענט.

https://en.wikipedia.org/wiki/Asset_forfeiture

https://en.wikipedia.org/wiki/Confiscation

https://www.usip.org/sites/default/file ... 0-Ch13.pdf

https://en.wikipedia.org/wiki/Civil_for ... ted_States
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט שוין באשטעטיגט דיין האפענונג צו א רעאליטעט אויף א פעדעראלע שטאפל
די איצטיגע קעיס איז אויף א סטעיט שטאפל און קוקט און איז ערווארטעט צו גיין אין זעלבן ריכטונג
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וכאן וויל איך באדאנקען אונזער חשוב'ע הרב הכל פאר אונז אזוי מהנה זיין טאג טעגליך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ערגעץ אין די קומענדיגע האלבע שעה גייט די יוסטיץ דעפארטמענט בעטן א מאושען פאר א סטעי פונעם סופרים קאורט אויף די אורטייל פון א קאליפארניע דיסטריקט ריכטער צו פארבאטן טראמפס נייע אזיל רעכט פאליסי
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

SPUSMN האט געשריבן:וכאן וויל איך באדאנקען אונזער חשוב'ע הרב הכל פאר אונז אזוי מהנה זיין טאג טעגליך.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

הכל הבל אונז באלעקן זיך די פינגער מיט דיינע באריכטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איצט קומען פאר די מונדליכע ארגומענטן אין די טימבס קעיס און יאפ, עס קוקט אויס פון די ריכטער אז זיי וועלן אורטיילן אז די אכטע אמענדנמענט רעכטן זענען ווירקליך מחייב די סיטיס און סטעיטס
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

הכל הבל האט געשריבן:ערגעץ אין די קומענדיגע האלבע שעה גייט די יוסטיץ דעפארטמענט בעטן א מאושען פאר א סטעי פונעם סופרים קאורט אויף די אורטייל פון א קאליפארניע דיסטריקט ריכטער צו פארבאטן טראמפס נייע אזיל רעכט פאליסי

ווי האלט עס מיט די קעיס?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זיי האבן אריינגעגעבן א מאושען פאר א סטעי און מען ווארט איצט צו הערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט היינט צוריקגעוויזן א פעטיציע אויפצונעמען א קעיס וועלכע האט געזוכט צו קלאגן די טראמפ אדמיניסטראציעס מעקסיקא גרעניץ וואנט פלאן מיט די טענה אז עס פארלעצט ענווייראמענטאלע זארגן

היינט האט די העכסטע געריכט אויסגעהערט מונדליכע ארגומענטן און צוויי קעיסעס
איין קעיס איז אויב א פראוויזיע אין די וועסט ווירדזשיניע שטייער קאוד וועלכע באפרייט רעטייערמענט פארדינסט פון פולע סטעיט און לאקאלע פייערלעשער און לאו ענפארסמענט אפיצירן פון שטייערן אבער פעדעראלע מארשאלס קוואליפיצירן נישט פאר די שטייער פרייע סטאטוס
די טענה איז איז די ספעציעלע פריווילעגיע דורך די סטעיט דיסקרימינירט אקעגן די מארשאלס באזירט אויף די קוואל פון ווי זיי באקומען זייער איינקונפט

די צווייטע קעיס איז אנטיפראוד פראוויזיעס אווערקגעשטעלט דורך די פעדעראלע סעקיוריטי און עקסטשעינדזש קאמיסיע (אקראנים SEC) פארבאט צוויי קלארע קאטעגאריעס פון מיסברויכן
איין פארבאט איז צו נוצן שווינדערלישע און פארפירערישע אינפארמאציע ביים פרובירן צו פארקויפן סעקיוריטי סערוויסעס
די פראגע איז איבער פרענסיס לארענזא א רעגיסטרירטע רעפרעזענטאט פון א בראוקער פירמע וועלכע האט לויט די באשולדיגונג געשיקט אן אימעיל מיט פאלשע און פארפירערישע סטעיטמענטס צו אינוועסטירער און די דרעפט פון די אימעיל איז געווארן אויסגעארבעט דורך זיין אויבערהאר
די לעגאלע פראגע איז אויפגעשווימען אויב מען קען נאר באשולדיגן דער וואס האט געשאפן די פארפירערישע סטעיטמענט, נעמליך,דעם אויבערהאר אדער אויך לארענזא פארן פאקטיש שיקן די אינפארמאציע צו די קליענטן און זיי פארפירן
לארענזא האט מודה געווען אז ער איז געווען באוואוסטזיניג צום פאקט אז זייער פירמע האט נישט די אלע נכסים וועלכע ער האט אויסגערעכנט אין די אימעיל וועלכע ער האט געשיקט צו די אינוועסטירער זיי צו איבערצייגן ווי שטארק רואיג זיי קענען זיין מיט די פירמעס פינאנציעלע שטאנד
ער האט געשיקט די אימעיל פון זיין אקאונט זאגנדיג פאר די אינוועסטירער אז זיי קענען אים רופן פאר מער פראגן אבער ער האט ארויסגעשריבן אינעם אימעיל אז ער שיקט עס מיט די גוטהייסונג פון זיין אויבערהאר
די די סי סירקוט איז געווען צוטיילט איבער די פראגע און האט געאורטיילט 2-1 אז ער אז ער ווערט פארבאטן פון ארבעטן אין די סעקיוריטי אינדוסטרי און צוגאב פון א 15 טויזנט דאלער שטראף
די איין ריכטער וועלכע האט יא געשריבן א מיינונג אז די SEC קען אים נישט קלאגן איז דער שוין היינט באקאנטער ריכטער קעווענאו וועלכע איז דאן געזיצן אויף יענעם באנק
קעווענאו האט אנגעצייגט אז די סופרים קאורט האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן אז פארלעצונגען פון די פארבאט איז בלויז גילטיג ווען עס קומט פון פערזאן וועלכע האט פולע אויטאריטעט איבער די פאלשע צוזאגן געמאכט און דעריבער איז לארענזא וועלכע האט בלויז געקאפיעט און געפעיסט צוזאגן פון זיין אויבערהאר וועלכע בלויז ער האט געקענט יא אדער נישט דעקן נישט פאראנטווארטליך
די אנדערע צוויי ריכטער האבן אויך איינגעשטימט אז ער האט נישט געמאכט די סטעיטמענט אבער האבן זיך באצויגן צו די אנדערע צוויי פארשריפטן וועלכע ער האט יא פארלעצט
די SEC האט דריי פארשריפטן, 2 זענען איבער אנטייל נעמען אין פרואוון צו באשווינדלען און 1 איז איבער מאכן פאלשע סטעיטמענטס
די געריכט האט געזאגט אז די SEC וועלכע האט אים באשולדיגט אין פארלעצן אלע 3 האט אים אמווייניגסטנס געקענט באשטראפן אויף צוויי דערפון
צוליב זיין ראלע אין די קעיס איז ריכטער קעווענאו איצט רעקיוזד פון די קעיס
די אורטייל וועט קומען פון אן אכט ריכטער פאמעל און אויב עס טיילט זיך 4-4 מיט אלע ליבעראלן גיבנדיג רעכט פאר די SEC וועט די אפעלאט געריכט אורטייל בלייבן אין קראפט
די ריכטער האבן היינט אויסגעקוקט גענויגט אין יענע ריכטונג
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א ריזן דאנק הכל הבל, מיר באלעקן זיך!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט האט די געריכט אויסגעהערט א קעיס איבער סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן
אין מערץ 2010 למספרם האט האט א מאן מיטן נאמען ביעסטעק אפלייעט פאר סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן אנגעבנדיג אז ער איז געווען דיסעבלד און נישט געקנט ארבעטן זינט אקטאבער 2009 למספרם
אין אוגוסט 2010 למספרם האט די סאשעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע צוריקגעוויזן זיין אפליקאציע
ביעסטעק האט פארלאנגט א הירינג מיט אן אדמיניסטראטיווע ריכטער צו זעהן פארוואס ער איז געווארן אפגעזאגט אבער יענער האט געפונען אז ער איז נישט געווען דיסעיבלד צו קוואליפיצירן פאר די בענעפיטן
ביעסעק האט עס אפעלירט צו די אדמיניסטראציעס אפעלאט קאונסיל וועלכע האט אפגעזאגט זיין פארלאנג אריינצוקוקן דערין
זייענדיג אויסגעלאפן פון אפציעס דורך די אדמיניסטראציע אייגענע ביוראקראטיע האט ער זיך געוואנדן צום דיסטריקט געריכט וועלכע האט צוריקגעשיקט די קעיס צום אדמיניסטראציע מיט א באפעל נאכאמאל אריינצוקון דערין
דורכאויס די צווייטע הירינג האט אן עקספערט אין דעם פעלד עדות געזאגט אז דורכאויס די צייט וואס ביעסטעק איז געווען דיסעיבלד איז געווען אוועילעבל ארבעט אנבאטן וועלכע ביעסטעק וואלט געקענט טוהן טראץ זיינע אומשטענדן
זי האט באזירט איר עדות'שאפט אויף פריוואטע דאטא און אנאליזן אריינגערעכנט פערזענליכע דיסקוסיעס מיט ארבעטסגעבער
ביעסטעקס אדוואקאט האט פארלאנגט צוטריט צו די פריוואטע דאטא וואס זי האט געזאמלט אבער זי האט זיך אנטזאגט עס צוצושטעלן און די אדמיניסטראציעס געריכט האט איר נישט געוואלט צוואונגען עס צו טאן און עווענטועל געאורטיילט אקעגן ביעסטעקס רעכט פאר די בענעפיטן
הלוך ושוב איז ביעסטעק צוריקגעלאפן צום דיסטריק געריכט וועלכע האט אין מאי 2013 למספרם צו זיין אנטוישונג געגעבן רעכט פאר די סאשעל סעקיוריטי אדמיניסטראציע
אין 2017 למספרם האט ביעסטעק אפעלירט די אורטייל צו די 6'טע סירקוט אפעלאט געריכט מיט 5 באקלאגענישן ארייינגערעכנט די ארגומענט אז די באשלוס אים צו דיסקוואליפיצירן איז נישט באזירט אויף סובסטאנסיווע באווייז
זאגנדיג אז פריוואטע דאטא וועלכע ווערט נישט פראדוצירט צו די אנדערע זייט איז נישט קיין סובסטאנסיווע באווייז
די סירקוט קאורט האט אבער געאורטיילט אז די שטרענגע פעדעראלע רעגולאציעס אויף וועלכע עדות'שאפט מען קען נוצן זענען נישט בינדענד פאר סאושעל סעקיוריטי בענעפיטן פראצעדורן און די אדמיניסטראציע קען נוצן א ברייטערע אויסוואל פון עדות און באווייז טראץ וואס מען וואלט די זעלבע סארט אויפטריט נישט אקצעפטירט אין א געהעריגע געריכט
אום יוני 25 2018 למספרם האט די סופרים קאורט אקצעפטירט ביעסטעק פעטיציע אריינצוקוקן אין די קעיס אין היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגומענטס
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

האב איך מיך געווינדערט וויאזוי איינער וואס קלאגט פאר בענעפיטס האט אזויפיל געלט פאר לויערס. זעה איך אז עס איז א פראבאנא קעיס.

א דאנק נאכאמאל הבל פאר דיינע קלארע באריכטן. א פלעזשער צו ליינען
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

היינט האט די געריכט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועגן די זעלבסשטענדיגקייט פון די סטעיטס אין באצוג צו די פעדעראלע רעגירונג
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ערלויבט די פעדעראלע און סטעיט רעגירונגען אנצוקלאגן מענטשן אויף די זעלבע פארברעך און איך זאג נישט קם לי' בדרבה מיני' מיט דעם וואס ער יענער ווערט שוין סייווי אויסגעפארשט דורך די פעדעראלע רעגירונג טראץ וואס די 5'טע אמענדמענט אין די קאנסטיטוציע פארבאט אין אלגעמיין צו באשטראפן מענטשן צוויי מאל פארן זעלבן פארברעך (קלארשטעלונג: די דין פון קם לי' ווערט בלויז גענוצט אלץ בלשון מושאל אבער איז נישטאמאל קיין צושטעלן פון להבדיל די דין תורה וועלכע רעדט ווען איינער האט עובער געווען אויף צוויי באזונדערע עבירות)
טעראנס מארטעז געמבל איז געווארן אנגעקלאגט דורך די פעדס און די סטעיט אין 2015 למספרם ווען ער איז געווארן אפגעשטעלט ביי א רוטינע טראפיק אפשטעל און פארמאגט געווער אין זיין באזיץ צו וועלכע ער איז געווען פארבאטן זייענדיג א פעלאן, זיין פעטיציע ברענגט ארויס אז ער ווערט דאפלט אנגעקלאגט
די אפגעטיילטע רעגירונג דאקטרינע ווערט שוין פראקטיצירט פאר מער ווי 150 יאר און איז שוין געווארן בארעכטיגט דורכן סופרים קאורט אין לויף פון די יארן טראץ וואס זי ווערט קריטיקירט דורך לעגאלע עקספערטן אלץ א פאליסי אן קיין לאגישע באזיס
געמבל איז געווארן אנגעקלאגט און געפונען שולדיג דורך די סטעיט אלאבאמא און פאראורטיילט צו איין יאר אין טורמע
דערנאך האט זייך די פעדעראלע רעגירונג גענומען צן זיינע ביינער און א דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אז ער קען נישט נוצן די דאפלטע שטראף ארגומענט זינט די פעדעראלע רעגירונג איז א באזונדערע קערפערשאפט און געמבל איז עווענטועל איינגעגאנגען אויף א פלי אפמאך אונטער וועלכע ער איז געווארן צוגעטיילט א 46 מאנאטן סענטענס
געמבל האט עס אבער אפעלירט צו די 41'טע סירקוט וועלכע האט בלויז באשטעטיגט די שטעלונג פונעם דיסטריקט געריכט
אין יוני 2018 למספרם איז זיין פעטיצע צום סופרי קאורט געווארן אקצעפטירט
ער האט אין זיין ביטע ערווענט א פאראייניגטע רוף פון ריכטער גינזבורג און טאמאס מיט א צייט צוריק דורכצופירן אן איבערזיכט אויף די דאפלטע שטראף אויסנאם פאר די פעדס און סטעיט
אויב זאל די געריכט עלימינירן די דאקטרינע וקען עס אפעקטירן די טראמפ אויספארשונגען און מיט א פארדאן פונעם פרעזידענט אויף פעדעראלע פארברעכן מיינט עס אז די סטעיט וועט שוין מער נישט קענען קלאגן אויפן זעלבן פארברעכן זינט זי איז שוין געווארן פרובירט דורך די פעדס
סענאטאר ארין העטש האט אריינגעשיקט א פריינט צום געריכט בריוו אין שטיצע פון געמבלס ארגומענט אבער זיין ווארטזאגער האט געלייקנט אז עס האט געהאט סיי וועלכע פארבינדונג מיט די אויספארשונגען אויפן פרעזידענט
די ריכטער האבן אויסגעקוקט היבש אומוויליג נאכצוגעבן געמבלס ארגומענט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”